57 updates in the last 24 hours.
קרעמל: ווידעא פונעם מאנטשעסטער זיצונג צווישן העסקן נפתלי משה אינדיג און דער לאקאלער דעפיוטי מעיאר, אראנדזשירט דורך איינציגסטן אידישן קאונסילמאן אין גרעיטאר מאנטשעסטער אברהם יצחק וואלטער, וואו מען ערקלערט פאר׳ן דעפיוטי מעיאר די סאטמארער שיטה אנבאלאנגט מדינת ישראל.
Video (64s): media
קרעמל: ניו יארק סטעיט אטורני דזשענעראל לעטישע דזשעימס אויף א באזוך אינעם נייעם היימישן טשעסטער פראיעקט, אין זיצונג מיט עסקני ״אחים לדעה קרית יואל - OCJC” אינעם ארטיגן ביהמ״ד הגדול. קרעמל באמערקט ידיד המערכת ליעזאן יואל לעפקאוויטש.
Image: media
קרעמל: שאק מיט "אידן-פרייע זאנע" שילד אויף שיך געשעפט אין שטאקהאלם, שוועדן. קרעמל באשטעטיגט אז ווירקליך וועלן אידישע שיך נישט איבערטרעטן די שוועלן פון אזא העסליך געשעפט.
Image: media
קרעמל: די רעדע איז פון דעם טרויעריג בארימטן שאנטאזש- נודזש ״אנדרעי״ וועלכער האט זיך אנגעשטויסן אינעם נישט ריכטיגן זידלער און אים פרובירט אפהאלטן פון פארשליסן זיין ישוב נישט ווייט פון קרעמל׳ס ״גאוותו שחקים״ זידלונג. נאך א קורצער דין ודברים איז אנדרעי געליגן אויף דער ערד ווארטנדיג אויף אן אמבולאנס, און אצינד פעדלערירט ער ווי גלייך מ׳האט אים געוואלט אומברענגען. קרעמל ראט אראפצודרייען דעם וואליום צוליב פארטייבנדע קולות פון אנדרעי׳ס כאפטע באטריגער.
Video (90s): media
קרעמל: א ברוטאלן בלוט-בלבול ווערט אצינד פובליצירט אויף די אנטיסעמיטישע מידיא און עקס פיד. קרעמל איז דא מיט די פאקטן.
קרעמל: פיצינקע אייראפעאישע מלוכה לוקסעמבורג סעקירט מיט אימפארט פארבאט פון מערב ברעג פראדוקטן טראץ געווענליך אימפארטירן קנאפע 11,000 דאלער יערליך ווערד פון סחורה. פארמערס אין "גאוותו שחקים" זאגן מוחל טובות" אייער מאיעסטעט.
Image: media
קרעמל: אנטי-טראמפערס האלטן זיך אונטער אויפן חשבון פון וואזשנער פרעזידענט טראמפ, וועמענס אנטבלויזטער פּארעך באווייזט זיך לעצטנס מער און מער. קרעמל דערמאנט קרעמלער אז ער האט באפרייט רובאשקין.
Image: media
Video (42s): media
קרעמל: גוטמוטיגער בדחן און מגי"ש ר' יואלי לעבאוויטש שענקט צוויי מינוט צו אויסרימען די ׳קרעמל׳ לעקסיקאן ביים היינטיגן ׳חק׳ שיעור. קרעמל גלייכט די מילתא דבדיחותא בעפארן אנהייבן פארלערנען.
Video (90s): media
https://codgetpaid.com
Image: media
קרעמל: נאך זיין ווייטאגליכע ארטיקל אין ׳שריפט׳ איבער די עפידעמיע פון נישט באצאלן ווענדארס און ארבעטער, ווי קרעמל האט דאס אויסשליסליך ערשט אויפגעדעקט, שטעלט שריפטשטעלער פנחס לייפער פאר א נייע איניציאטיוו אונטערגענומען דורך א גרופע סוחרים אפצושטעלן דעם מגיפה, אין פארעם פון א וועבזייטל וואו ביזנעסער און ביזנעסלייט קענען זיך פאראייניגן אלס אזעלכע וואס באצאלן און ערהאלטן בלויז ׳סי-או-די׳. קרעמל שליסט זיך אן.
Video (90s): media
קרעמל: היינט איז אפגעצייכנט געווארן די יארצייט פונעם לעגענדארן ר׳ משה רייכמאן ע"ה, דער גרינדער פון די רייכמאן אימפעריע וועלכער האט אוועקגעשטעלט די פילאנטראפישע מאגנאטישקייט ביי היימישע אידן אין די פריערדיגע יאר הונדערט.
Image: media
קרעמל: די פלוס האלט ווייטער אן: נאך א פאמיליע פון קרית יואל פאקט פעק און ציהט זיך ארויס קיין לעיקפראנט צו געניסן פון די רחבות און הרחבת הדעת.
Video (12s): media
קרעמל: לאנגיעריגער עוסק בצרכי ציבור הרב נפתלי משה אינדיג ציטירט אנטיסעמיטישן מעיאר וועלכער האט באטיטלט די אידן מיט שמוציגן שם המפורש, אין פרישן פאדקעסט מיט ראק-שטערן און ביטקוין שעצער שמילי אונגאר.
Video (44s): media
קרעמל: הערליש בילד פון די האלבן קילאמעטער רויטן טעפיך אויסגעלייגט אויף די גאלדערס גרין גאסן צו אנטפאנגן די גדולי התורה שליט"א, ביים היינטיגן קבלת פנים.
Image: media
קרעמל: שמחת בית בעלזא: פון ירושלים עיה"ק קומט אן די נייעס איבערן געבורט פון א זוהן ביי הרה"צ רבי שלום רוקח, עלטסטער זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א און עלטסטער אייניקל ביי האדמו"ר מבעלזא שליט"א. דאס איז זיין ערשטע זון נאך 6 מיידלעך, שטייענדיג 13 יאר נאכן חתונה.
Image: media
קרעמל: גזירת החינוך? א פאטער אין אינדיאנא איז ארעסטירט געווארן פארן פרובירן אריינלייגן זייף אין מויל פון זיין קינד נאכן נוצן א מיאוס ווארט. קרעמל זעט נישט דעם פראבלעם.
Image: media
*QFS Tower | Williamsburg's New Standard for Offices* Take a tour inside 🎥 Full private floors and suites, with private terraces, skyline views, a furnished rooftop and on-site parking. See it in person. Book a private tour: 📞 718.247.8277 ✉️ [email protected] https://wa.me/17182478277
Video (60s): media
Video (59s): media
קרעמל: די פילצאליגע זייגער אין די 770 חב"ד הויפטקווארטירן ווערן גערוקט צום ווינטער זייגער.
Image: media
קרעמל: ווידעראמאל האבן חיה'שע פאליציאנטן אטאקירט מוחים אין בית שמש וועלכע האבן פראטעסטירט די ארעסט פונעם חתן אינמיטן שבע ברכות היינט אינדערפרי, מיטן שיסן שאק גראנאטן פון וואס עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן, איינער פון זיי גאר ערנסט. קרעמל רופט פאר אינטערנאציאנאלע אינטערווענץ.
Video (11s): media
קרעמל: מלחמה אויפן האריזאנט? פילצאליגע אמעריקאנער מלחמה פליגער ווערן געזען היינט אינדערפרי אינעם בן גוריון לופטפעלד גרייט צו אטאקירן דעם פיינטליכן איראנער מיליטער.
Image: media
קרעמל: אילוסטראציע פון א היימישן האלץ-האקער ביים שטימען אנע נוצן דעם אייגענעם שכל.
Video (6s): media
קרעמל: מאדנער סצענע ווען סופער-שטערן און ראש ישיבה בערי וועבער דרייט זיך ארום מיט א שטריימל אויפן קאפ און רופט קרעמל צו פארשן אויב איז דאס צוליב די ערשיינונג פונעם נייע ׳מחדש׳ אלבום היינט, אדער צוליב דעם נייעם זמן. קרעמל שיקט פארשער צום לאקאציע.
Video (12s): media
קרעמל: ערנסטער דורכברוך: ערהאלט אומזיסטיגע 'קעש-בעק' ביים מאכן דיין וועכנטליכע גראסערי ארדער: די נייע *׳באונעס׳* עפפ פארטיילט קיופאנס ביים זיך איינהאנדלען די מערסט באנוצטע פראדוקטן אין דיין לאקאלער גראסערי. דארפסט בלויז אריינסקענען די רעסיט און האלט מיט ווי דיין קעש זאמלט זיך אן. נאנט צו 10,000 זענען שוין אנגעשלאסן דערין! דאונלאוד יעצט די עפפ און הייב אן באקומען דיינע 'קעש-בעק' טשעקלעך אין פאסט. 👇🏻👇🏻👇🏻 https://itsbonustime.com/redirect-to-store.html
https://itsbonustime.com/redirect-to-store.html
Video (89s): media
קרעמל: ארץ ישראל׳דיגער קרעמלער שיקט אריין פון וואונדערליכן ״עין מבוע״ קוואל וועלכער ליידיגט זיך אויס און פולט זיך אויטאמאטיש צוריק אן יעדע פופצן מינוט מיט פרישע לויטערע וואסער. קרעמל זינגט כאיל תערוג.
Video (90s): media
קרעמל: שרעקליכע פאטאלע קראך מיט פריוואטע פליגער אין אידיש-באוואוינטע פאלם ביעטש, פלארידע. קרעמל באשטעטיגט קיין אידישע פאטאליטעטן בחסדי השם.
Image: media
קרעמל: אין אנגייענדער קאמף קעגן אונטערהייבן חתנים אויף בענקלעך און ווארפן ווי סערוועטן, טוט מוכיח בשער יונתן שווארץ מיטטיילן א בילד פון א שווער פארוואונדעטן חתן וואס איז געפאלן א קרבן דערצו.
Image: media
קרעמל: די געטרייע סאטמארער עסקנים און שומרים מיטגלידער ר׳ יעקב משה גאנץ און ר׳ סענדער ווידער ביים צוריקרוקן דעם זייגער אין היכל ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט.
Video (68s): media
קרעמל: אינטערסאנטער פערזענליכקייט ״האמבל יאסל״ קוועטשט זיך ארויס פונעם פענסטער און פארטיילט נארהאפטיגע סענדוויטשן ביים ׳פאפריקע׳ אכילה טרעילאר קעגן איבער די מאנסיער עירלי-וואוטיג סייט.
Video (12s): media
קרעמל: עמי'ס עקזאטישע רייזענדער ביני בינעט רעאגירט ציניש צו די אונטערגאנג פון די ׳אינסטינקט׳ עי-איי געהילף, וואס צווינגט פילע אידן צו ארבעטן אליין אין די לעצטערע שעות.
Image: media
קרעמל: נאך דרוק פון קרעמל: באריכטן אז ביים ׳ראמאפא טאון האלל׳ זענען צוגעלייגט געווארן נאך מאשינען כדי צו פארשנעלערן די לאנג שלענגלנדע רייעס פון מייק לאלער וויילער.
קרעמל: ס׳איז צייט צו שרייען געוואלד! אין דער צייט וואס אנדערע פארמעסטן קענען גענומען ווערן אין די געהעריגע פאליטישע טעמפעראטוארן, טוט קרעמל דערמאנען אז ווען עס קומט צו כלל ישראל׳ס קאנגרעסמאן זענען נישט פארהאן קיין צוויי צדדים. קרעמל רופט ראקלענד איינוואוינער צו שטורעמען די שטים-בודקעס היינט, און פארזיכערן אז יעדער איינציגסטער רעגיסטרירטער יחיד גייט ארויס שטימען פאר מייק לאלער וועלכער שטייט אויס א קריטיש-שמאלן פארמעסט.
קרעמל: א קריטישער מעלדונג וועט נאכפאלגן אין געציילטע מינוטן, אנבאלאנגט די ראקלענד קאונטי וואלן.
קרעמל: לאנדאנער שומרים מיט א רוף צו זוכן פאר 42 יעריגן אלחנן הלוי וועלכער איז פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט. קרעמל רופט לאנדאנער קרעמלער זיך צוצושטעלן צום זוכעריי.
Image: media
קרעמל: לאנדאנער בעאיינפלוסער ארי פעפערקארן טיילט מיט פונעם באזוך פון גדולי התורה אין גאלדערס גרין, צייגנדיג צום ערשט די לאנדאנער ברייטקייט ווי עס איז צוגעשטעלט מכל טוב וטוב פאר די פארזאמלטע.
Video (31s): media
קרעמל: א פאריעריגער סצענע פון אט דעם צייט אין יאר אין צענטער פון וויליאמסבורג. אזויווי מ׳טרעט יעצט אריין אין די רעגנדיגע סעזאן אין ניו יארק רופט קרעמל זיך איינצוהאנדלען מאכטפולע פאמפס צו זיין גרייט צום סעזאן מיטן אויסליידיגן פארפלייצטע וויליאמסבורגער בעיסמענטס.
Video (73s): media
קרעמל: צו אזעלכע וואס האבן געמיינט אז עס הערשט א טרוקעניש אין לעיקפראנט, אט האט איר א ווידעא פון מאכטפולע שלאקס רעגנס יעצט אין לעיקפראנט.
Video (42s): media
https://ojba.net/InterviewGantz
Image: media
קרעמל: סאטמארער עסקן ר׳ נפתלי משה אינדיג ביי א זיצונג מיט ראשי העסקנים פון מאנטשעסטער אינאיינעם מיטן מעיאר פון סאלפארד און דעפיוטי מעיאר פון מאנטשעסטער פאול דענעט. קרעמל באמערקט 'דער בלאט' אויפן טיש און וואונדערט זיך צי עפעס קומט.
Image: media
קרעמל: העצערישע קאנטעס בונטעווען קעגן סוקסעספולער ״יאכלו ענווים״ אפעראציע ביי די שטים בודקעס אין ראקלענד. קרעמל זאגט כן ירבו.
Image: media
קרעמל: די קאר פון ליטווישער גדול הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א קומט אן צום גרויסארטיגן קבלת פנים אויף די גאסן אין גאלדערס גרין, וואו טויזנטער אידן נעמען אויף די גדולי התורה וועלכע זענען געקומען צו פארן אויפן מסע קרן עולם התורה.
Video (80s): media
קרעמל: נאך אין די רייע פון מאגנאטישע אינדארסירונגען: גערער מולטי-מיליאנער און פאליטיקאנט שלמה ווערדיגער מיט א קריטישן רוף צו גיין שטימען פאר כלל ישראל׳ס קאנגרעסמאן מייק לאלער.
Video (36s): media
קרעמל: ברייטביינערדיגער סענאטאר דזשאן פעטערמאן אטאקירט מאכמעדאנער קאנדידאט פון מישיגען איבער אן אומדערהערטער אבסעסיע איבער אידישע געלט פארמישונג אין אמעריקאנער פאליטיק. קרעמל זאגט לא תחמוד.
Image: media
Video (49s): media
קרעמל: קאלטבלוטיג: א ליטווישער חתן איז היינט ארעסטירט געווארן אין די שבע ברכות, פארנדיג אינאיינעם מיט זיין כלה אויף א לאקאלן אויטאבוס. קרעמל פארדאמט דעם אקט און פאדערט די חרדי׳שע חברי כנסת זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
Image: media
קרעמל: געמיינער עקס אקאונט מיט נאכאנאדע שאנדפולע אטאקעס קעגן כלל ישראל׳ס קאנגרעסמאן מייק לאלער. קרעמל ווייסט אז עס האנדלט זיך פון אן אונטערגעצאלטער מכם ובכם׳ניק און פאדערט קרעמלער אויף עקס צו רעפארטן דעם אקאונט ספעם, און שטימען אין פראטעסט פאר מייק לאלער.
Image: media
קרעמל: חידוש׳פולער ליד ערשינען דורך הארץ-מייסטער בענצי שטיין אינאיינעם מיט יבדלחט״א געוועזענער שפיץ-הארץ מיכאל שניצלער ע״ה. ס׳איז געזינגען געווארן ביים ״מיכאל׳ס פלאם״ קאנצערט פארלאפענעם חוה״מ סוכות אין ירושלים עיה"ק.
Video (88s): media
קרעמל: מארטגעזש גורו צבי באלזאם באריכטעט איבער א ביליאנער וואס האט געפראוועט א קידוש אין ליכט פון א לעצטיגער גיגאנטישער דיעל. קרעמל ווייסט אז די רעדע איז פון ליטווישער הויפט מאגנאט לואי שיינער, אבער פארשט נאך די גענויע ציפערן פונעם דיעל. דער בראוקער איז לויט קוועלער געווען סאטמארער מאגנאט און ביליאנער ר׳ יואל לאנדא.
Image: media
קרעמל: קלאנגען אז דער עסן טרעקל ביים ראמאפא טאון האלל איז נאכנישט אויסגעגאנגען, און וועט ווייטער פארטיילן עסנווארג פאר די טויזנטער וויילער.
Image: media
קרעמל: קאנטרעוועסיאלער און אנטיסעמיטן-פלירטינדער וויצע פרעזידענט דזשעידי ווענס, אין א גוי׳שן עד דלא ידע מאמענט. קרעמל פרעגט; אזוי ווילסטו לויפן פאר פרעזידענט?
Video (8s): media
קרעמל: ערשטמאליג ווערט פארעפנטליכט א ווידעא פון זיבן זעליגער ארכי-מערדערישן-טעראריסט מוכאמעד דעף ימ״ש און א רייע הויכראנגיגע מערדער, אין די עזה טונעלן, ביים פלאנירן די אקטאבער זיבן אטאקעס. קרעמל איז דערלייכטערט אז אלע פיגורירנדע אין דעם ווידעא זענען שוין געבראטענע אין גיהנם.
Video (77s): media
קרעמל: ווילדע לוי׳ צערעמאניע דורכן שטארבליכן עזה באפעלקערונג, באגלייטן אן ארטיגער טעראריסט צו זיין אייביגן אומרו.
Video (55s): media
קרעמל: א געווענליכער סצענע אויפן אויטאבוס אין ירושלים עיה״ק. א איד ווערט געזען מיט א פּיינעפּל אויפן קאפ. איז דאס א סגולה? קרעמל פארשט.
Image: media
קרעמל: ברוקלינער אידן נוצן אויס דעם יעצטיגן מאראטאן געלויף אין וויליאמסבורג צו ציען אויפמערקזאמקייט פון דורכלויפנדע אומות העולם. קרעמל פארשט וואס איז דער ציל.
Image: media
קרעמל: מאנסיער באסעס אויפזעער נחמן לייפער מיט א קלארשטעלונג היינט זונטאג אינדערפרי, א טאג נאכן רוקן דעם זייגער.
Image: media
Kremel
Nov 1, 3:26 PM