61 updates in the last 24 hours.
קרעמל: ברעיקינג: ליטווישער גדול הגאון רבי דב לאנדא שליט״א אין שארפע אטאקע קעגן מדינת ישראל, זאגט אז ס׳וואלט בעסער געווען פאר אידן צו בלייבן אונטערן בריטישער מאנדאט, ווי צו לעבן אין א לאנד מיט אזויפיל גזירות אויף היימישע אידן.
קרעמל: טורעמעס געבעקסן ווערן צוגעגרייט פארטיילט צו ווערן פאר די רבבות פוקדי ציון המצוינת אין ריבניץ.
Video (19s): media
קרעמל: מערקוודיגע פלאקאטן הענגען אין דער מאנסי אומגעגנט. קרעמל ווייסט צו דערציילן אז דאס איז א געצילטער טיזער קאמפיין אויפצוטרייבן שטימען פאר באליבטער קאנגרעסמאן מייק לאלער.
Image: media
קרעמל: דרינגענד: א איד זוכט א חסידישער אינדערמאן וועמען ער האט אנגעקוויטשעט אויפן באס מיט א יאר צוריק. קרעמל זאגט שריי נישט און בעט נישט איבער.
Image: media
קרעמל: נאך א פארש ארבעט שטעלט זיך ארויס אז קעניג-זינגער מרדכי ווערדיגער (ב״ר דוד ע״ה) האט פארלאזט ארץ ישראל הארט נאך יו״ט, נאכן זיך שפירן שוואך. גבעת זאב בעאמטע געבן איבער פאר קרעמל אז דער אויפטריט וועט פארקומען אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט, מעגליך חנוכה צייט.
Image: media
קרעמל: פארוואס האט קעניג-זינגער מרדכי ווערדיגער (ב״ר דוד ע״ה) קענסעלירט א געפלאנטער ריזיגער אויפטריט אין שטאט גבעת זאב? קרעמל פארשט.
קרעמל: א געלונגענע סלאגאן אויף א רעקלאמע דורך מאנטריאלער עסקנים ארויסצוגיין שטימען ביי די גורל'דיגער קוויבעק פראווינציאנאלע וואלן.
Image: media
קרעמל: צענדליגער ספרינטערס אינדרויסן פון ביהמ‘‘ד הגדול פשעווארסק מוצאי שמחת תורה פון בריטישער געסט וועלכע האבן געמאכט די וועג אהיים קיין לאנדאן נאכן זיך מסתופף זיין בצל הקודש.
Video (29s): media
קרעמל: סאטמארער מאגנאט און ביליאנער ר׳ יואל לאנדא פארשרייבט זיך א קוויטל ביים ציון המצוינת פון הרה״ק מריבניץ זי״ע.
Image: media
קרעמל: זעלטן בילד אנטפלעקט פון הרה״ק המקובל רבי יעקב מאיר שעכטער שליט״א, ביים דורכפירן מצוות שילוח הקן אויפן כותל המערבי.
Image: media
קרעמל: א בית נאמן בישראל: געבויטער קאראוואן ווערט טראנספערירט צום פרישן ״גאוותו שחקים״ זידלונג אויף די הרי השומרון.
Video (2s): media
קרעמל: מייסטער קארדענירער יוחי פליישמאן ביים אנפירן די אפעראציעס אינעם קאמענד צענטער ביים ריבניצער ציון צום היינטיגן הילולא קדישא.
Image: media
קרעמל: איראנער הויפט רב פובליצירט רעקארדירונג פון פרייליכע הקפות שניות אינעם הויפטשטאט טעהראן.
Video (11s): media
קרעמל: יעצט איז די לעצטע מינוטן אפצוגעבן די שטימען אין די סוכות עד פארמעסט געברענגט דורך גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש אינאיינעם מיט קרעמל. גייט אריין צום ספעציעלן וועבזייטל און געבט שוין אפ אייער שטימע! https://succosads.vercel.app *קרעמל*
קרעמל: די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארעסטירט א זעכציג יעריגן אידישן באטריגער פון פתח תקווה, וואס האט אין די פארלאפענע דריי יאר קאנספירירט א מערדערישן טעראר פלאן. לויטן פלאן האט ער פרובירט צו שאפן 72 אידישע טעראריסטן וועלכע זאלן אין א ליאדע מינוט דורכפירן קאנצענטרירטע אטאקעס אויף אראבער איבער גאנץ ארץ ישראל און אין די שטחים, כדי זיי צו צווינגען צו אנטלויפן פון לאנד. דער באטריגער, וועלכער דינט אלס א מאטעמאטיק לערער אין בר אילן אוניווערסיטעט, האט שאנטאזשירט עטליכע מיליטערישע פערזענליכקייטן דורך שיקן סטראשונקע בריוו און שווארץ-פאסט מעסעדזשעס, פרובירנדיג זיי צו צווינגען צו מיטארבעטן מיט אים. לויט זיין פלאן וואלטן די 72 טעראריסטן צוטיילט געווארן אין צוועלף פראקציעס צו פארטרייבן מיליאנען אראבער פון איבערן לאנד. שב״כ האט באוויזן צו פארמיידן די אטאקע און דער באטריגער געפינט זיך יעצט אין תפיסה, ווען זיין נאמען איז דערווייל פארבאטן צו פארעפנטליכן.
Image: media
קרעמל: ערשטע באריכט: ברעכנדע אטאקע פארמיטן אין ארץ ישראל, פולע דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
קרעמל: אסרו חג סוכות אדער ערב פסח? די ׳תפארת המצות׳ מצה בעקעריי אין אומאן זוכט האלץ פאר די אויוונס נאך וואס צוליב מערערע קורצשלוסן האבן איינוואוינער זיך איינגעהאנדלט קוואנטומען פון האלץ וואס האט געשאפן א מאנגל.
Image: media
קרעמל: א קבוצה היימישע בחורים שלאגן פאר ענערגיע געטראנקען פאר איזראעלי זעלנער. קרעמל אנאליזירט אז די זעלנער דארפן נישט.
Video (12s): media
קרעמל: די צוויי שותפים למייסטער-ארגאנאזירשאפט ר‘ מענדל סאמעט און ר‘ יואל פעדער זענען מזכה זיין אידן ביים ציון אין ריבניץ צו ארויפצוגיין אויפן גאנציעריגן קוויטל ביים ציון הק‘. קרעמל כאפט זיך מיט.
Image: media
קרעמל: שפיץ-קדושה מאמענט ביי הרה״ק המקובל רבי יעקב מאיר שעכטער שליט״א, ביים נעילת חג הסוכות.
Image: media
קרעמל: דרייסיג יעריגער תימנ׳ער בעאיינפלוסער אל-קאַקאַ, וועלכער האט זיך גערופן ״ספיידערמאן פון תימן״ איז טראגיש געשטארבן נאכן באווייזן קריכערישע אויבער-חכמה׳לעך אויף א ריזיגן בארג. אל-קאַקאַ האט אריינגעטראסקעט אין א גליענדער שוועבל-טייך און איז זעלבסטפארשטענדליך געשטארבן אויפן ארט.
Video (38s): media
קרעמל: העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש באגריסט די צענדליגער משפחות וואס מאכן דעם וועג צום שפאגל נייעם עיר התורה והחסידות לעיקפראנט, אין פלארידע.
Image: media
קרעמל: יעצט נאכן מיטהאלטן די צווייטע טעג יום טוב ביי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריין דער ביליאנער און מאגנאט ר׳ יואל לאנדא צום רבי'ן און איבערגעגעבן עטליכע נייע ספרים פון די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
Image: media
קרעמל: בארא פארק חברים וואלונטירן זענען געווארן אלאמירט צו א רוף וואו די פאות פון א בחור איז געווארן פארכאפט אין א דריל ביים צאמלייגן די סוכה. קרעמל רופט פאר פארזיכטיגקייט.
Image: media
קרעמל: טויזנטער סאטמארער חסידים געזעגענען זיך פונעם יום טוב מיטן באקאנטן "קדיש" ניגון ביים מעמד נעילת החג אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג. (ווידעא קרעדיט: סאטמאר אימפעריע)
Video (20s): media
🎉 The Snipers — 1st Anniversary! 🎁 WIN A $1,000 GIFT CARD! 📲 Reshare the video + link on your status. ⏰ After 18 hours, send a screenshot to 845-392-7477. 🔥 10% OFF ALL BOOKINGS finalized by Oct. 15! 📞 845-392-7477 https://wa.me/18453927477?text=Happy%201st%20Anniversary!%20I%27d%20like%20to%20enter%20the%20giveaway%20and%20join%20your%20status.
Video (83s): media
קרעמל: די השתוקקות צו מיטהאלטן יעדע תנועה ביים רבי׳ן: חסידי תולדות אהרן מיט טעלעסקאפישע לענסעס ביי נעילת החג.
Image: media
קרעמל: הגאון רבי ברוך סאלאווייטשיק ביים ערשיינען צו הקפות שניות מיט זיין ספעציעלע נשמה זון ׳שמחה׳לע׳, צייגנדיג פאר די בחורים אז יעדעס קינד דארף פאטער׳דיגע ליבשאפט. קרעמל איז מרוגש.
Video (10s): media
קרעמל: צענדליגער לוקסריעזע לוסט-ספרינטערס ביים פריוואטן ״פאַטאַל״ טערמינאל אין בן גוריון לופטפעלד, טראגן אהיים אויסלענדישע פילאנטראפן און מאגנאטן וואס האבן געוויילט אין ארה״ק אויף די ימי חגי תשרי העעל״ט.
Video (17s): media
קרעמל: די לעצטע טענץ מוצאי שמחת תורה אין 770 נאך 48 שעה פון אומאויפהערליכע טענץ און גאלאנען פון משקה ביי די פארברענגען'ס.
Video (26s): media
קרעמל: זינג-מייסטער און חתונה הייבער פישי רעכטשאפער הייבט אן דעם ווינטער חתונה סעזאן מיטן שלאגער לידל ״דחה דחיתני לנפול״ וואס אנטשפרעכט איבערצונעמען דעם צווייטן טאנץ.
Video (33s): media
*To stay updated with all businesses for sale, join here:* https://chat.whatsapp.com/BHbraMECMpcAiJQ7Va8M3a?s=cl&p=a&ilr=2&amv=1
Image: media
To get *daily job posts* with *detailed job descriptions*, join here👇🏻 https://chat.whatsapp.com/EoPou5C84Cf6yLeHAuVaFW
Image: media
*A new season brings new, and bigger opportunities* 🚀 Looking *hire top talent* or to *Acquire a business* ? Experience the *Swift Staffing Diffrence!* Message them today👇 https://wa.me/message/ZWZNEZDX7QAXL1
Video (29s): media
קרעמל: אנטיסעמיטישער היצקאפ און פרעדיגער טאקער קארלסאן ביים ווידער אויפדעקן זיינע ריכטיגע קאלירן, זאגנדיג אז א געווינס פון היטלער ימ"ש איבער ענגלאנד וואלט געווען בעסער פאר זיי.
Video (27s): media
קרעמל: ושבו בנים: דריי יאר נאך וואס די זעלביגע האבן געטאנצן ביים נובה פעסטיוואל האבן די הונדערטער איבערלעבער זיך פארזאמלט צו טאנצן הקפות שניות און דאנקען פאר זייער גרויסן נס.
Video (15s): media
קרעמל: מוצאי שמחת תורה אין נפטר געווארן אין ירושלים מלך החזנים ר׳ חיים אדלער ע"ה אין עלטער פון 87 יאר. ער האט געדינט אלס חזן אין די גרעסטע שוהלן איבער די וועלט און איז דער פאטער פון באקאנטן חזן און בעל מנגן ר׳ ישראל אדלער.
Image: media
קרעמל: נאמן בית ביי האדמו"ר מסאטמאר מהר"א און ידיד המערכת ר' יואל ווייס ביים דערלייכטערן די עבודת הקודש פאר מורו ורבו הושענא רבה.
Image: media
קרעמל: געהויבענע הקפות אין ישיבה למצוינים ״הר המור״ מיטן באטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער נאציאנאל-רעליגיעזע כולל און ישיבה לייט.
Video (32s): media
קרעמל: טויזענטער אידן איבער ניו יארק און ניו דזשערסי מאכן אין די יעצטיגע שעות זייער רייזע צו פועל׳ן ישועות אין ריבניץ. אט האט איר די טעכנישע דעטאלן איבער אלעס ארום דעם געהויבענעם הילולא קדישא.
Image: media
קרעמל: אן אליהו הנביא סארט אידל איז מהנה די באטייליגטע ביים קבר דוד המלך מיט לויטערע פרקי שירה וזמרה.
Video (29s): media
קרעמל: א שמש שטעלט ארויס א שעפערישע מעלדונג אהיימצונעמען די יום טוב'דיגע תשמישי קדושה צו מאכן פלאץ פאר די יערליכע פארלוירענע ווינטער חפצים.
Image: media
קרעמל: געהויבענע און אייגנארטיגע הקפות שניות אין חצה״ק קרעטשניף כפר-עטה, וואו דער מנהג איז צו טרונקען עד דלא ידע פאר המתקת הדינים כידוע.
Video (62s): media
קרעמל: די פייערדיגע ווערטער פון האדמו"ר מצאנז שליט"א ביי הקפות שניות וואס האט נאכגעפאלגט אז רעבישע פאטאגראפיסט משה גאלדשטיין זאל אויפגעבן זיין סמארטפאון און וואצעפ.
Video (90s): media
קרעמל: השתדלו והרבו תחינה: כלל ישראל ווערט גערופן צו דאווענען לרפואתו פון הגאון רבי אלי׳ בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג וועלכער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אום יו"ט. רבי אליהו דוב בן חוה אסתר לרפו"ש.
Image: media
Image: media
קרעמל: פילאנטראפ און בנש"ק ר׳ נחום רוקח האט ביי זיין עלי׳ היינט שמחת תורה אינעם סקווערער הויף געמאכט א ׳בעבור שיתן׳ פון די אסטראנאמישע סומע פון $7,200,000 פאר די פראיעקט צו אויפבויען א נייע טישן זאל און היכל התורה אויפן ארט פונעם אלטן ביהמ"ד.
קרעמל: הארץ-מייסטער מאטי וויזל וויצלט זיך אז זיין ווייסער קאפל שטייט צום פארדינגען אויף ביז קומענדיגער אלול, ווען ער וועט עס ווידער אנטון פאר די יערליכע אלול ווידעאס.
Image: media
קרעמל: געהויבענע הקפות שניות אין ישיבת רועה ישראל אינעם ״יצהר״ זידלונג, ווערן געמערקט מערערע בארפיסיגע טאנצער מיט אן אש קודש לכבוד התורה.
Video (36s): media
קרעמל: פובליק פיגור מאטי אטיאס דרוקט זיך אויס מיט געגועים זיין רצון צו פארלענגערן די ימי תשרי. קרעמל ראט אז מ׳זאל צוריקגיין ארבעטן.
Image: media
קרעמל: מציל נפשות אייזיק לידער פון ״ווייטעל וואן״ טיילט מיט ערשטמאליג וואס זיינע אויגן האבן געזען מיט דריי יאר צוריק, אין יענעם ביטערן שמחת תורה אינדערפרי, ווען די אקטאבער זיבן אטאקעס האבן זיך אפגעשפילט, נישט מער געדאכט.
Video (9s): media
https://wa.me/8458012216
https://wa.me/8458012216
Image: media
קרעמל: פאטא-מייסטער און בעאיינפלוסער שלמה כהן טיילט מיט פון האדמו״ר מויז׳ניץ לרפו״ש ביים אנקומען זיך באטייליגן אין א שמחה פון א תומך.
Video (14s): media
קרעמל: באקאנטער רעבישע פאטאגראפיסט משה גאלדשטיין מעלדט אז ער געבט אויף זיין סמארטפאון און וואצעפ, נאך די ווערטער פון רבו האדמו"ר מצאנז ביי הקפות שניות, ווי דער רבי האט פארשפראכן צו נעמען אויף זיך די עבירות העבר פון ווער עס פירט זיך פון היינט און ווייטער בקדושה.
Video (35s): media
קרעמל: טויזנטער אנטווערפענער איינוואינער ביי נעילת החג ביי זקן אדמור"י אייראפע האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
Video (37s): media
קרעמל: שמחת תורה הקפות ביי הרה״ק מאמשינוב שליט״א, זונטאג נאכט אין ירושלים עיה״ק. אדלערישע אויגן מערקן אז דער פאטאגראפירער כאפט שיער א בריקע אין געזיכט פון א צופלאמטער חסיד.
Video (22s): media
קרעמל: שאקירנד: דער ארכי-טעראריסט וואס האט פרובירט צושפלעטערן דעם ״פליי דוביי״ טעראר פליגער, האמאם אל-האמאמי, האט זיך מודה געווען אין אן אויספארשונג, אז זיין בייזוויליגער פלאן איז געווען צו אראפקראכן דעם פליגער אויפן בן גוריון לופטפעלד. קרעמל טאנצט חסדי ה׳ אויף די ניסים ונפלאות.
Image: media
קרעמל: קאטראן-קלאפער און בנש״ק מאיר אדלער צייגט ווי מקורבו דער איזראעלי פּאַפּ-שטערן חנן בן ארי אין עמאציאנאלע מאמענטן ביי די געהויבענע הקפות שניות אין וויז׳ניץ.
Video (35s): media
קרעמל: געהויבן: הרב לירן זעירא וועלכער האט פארלוירן זיינע צוויי פיס דורך א כיזבאללא ציל-שיסער, טאנצט און פרייט זיך מיט די תורה ביים הקפות שניות.
Image: media
Kremel
Oct 5, 12:39 AM