55 updates in the last 24 hours.
Image: media
קרעמל: ארכי-עקסטרעמער רעכטער פאפוליסט איתמר בן גביר טיילט מיט א ״געבורטסטאג קוכן״ וואס גרוילהאפטיגע טעראריסטן אין טורמע האבן ערצייגט פון ברויטלעך און אלטע גרינצייג. בן גביר זאגט אז די טורמע וועכטער האבן עלימינירט דאס קוכן, קרעמל האלט אז דער טעראריסט וואלט עס ווען געדארפט עסן.
Image: media
קרעמל: אינטערסאנטער פערזענליכקייט ״האמבל יאסל״ איז מדמה קרעמל לפערפל בעת׳ן דעליווערן א פלייש טעצל. קרעמל נעמט נישט פערזענליך.
Video (18s): media
קרעמל: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און סאטמארער ביליאנער און מאגנאט ר' יואל לאנדא מוצאי שבת בקודש פנימה ביי הגה"ק מפשעווארסק שליט"א, נאכן וויילן שבת בצל הקודש.
Image: media
קרעמל: נאדווערנער מאטארקאדע פליט איבער די שטראזן אין ארץ ישראל אפהאלטנדיג אידן פון זיך באטייליגן אין די בחירות.
Video (15s): media
קרעמל: אין א דראמאטישע אויפדעקונג מעלדט די ׳ניו יארק פאוסט' פרישע דעטאלן איבער די אויסוואנדערונג פון ניו יארק קיין לעיקפראנט, אנגעבליך צוליב מאמדאני און אנטיסעמיטיזם.
Image: media
Get paid for data your business already has. AI companies license copies of old emails, orders and invoices to train their AI. Everything is anonymized first. You keep the originals. Typical company: about $300K. Free to apply. 2 minutes. Apply here 👉 https://vltdata.ai
Video (28s): media
קרעמל: ביי די 770 חב"ד הויפטקווארטירן ארבעט מען העפטיג אויפן היסטארישע אויסברייטערונג פונעם צענטראלער היכל, אין בעפארברייטונג צום כינוס השלוחים סעזאן ווען טויזנטער קומען צו פארן.
Video (12s): media
קרעמל: אלס טייל פונעם לאקאלן היציגער וואל פארמעסט זענען מאנסיער פאסט קעסטלעך דעם ערב שבת געווארן איבערגעפילט מיט קאמפיין ליפלעטן און העסליכע פאשקעווילן פון מערערע קאנדידאטן.
Image: media
קרעמל: האט דאס מיט מאדערן ארטאדאקס? טאמס ריווערישער בעאיינפלוסער אלי' וועבער רופט אריבערצוגיין צו א געזונטע באלאנסירטע לעבנס שטייגער.
Video (67s): media
קרעמל: טיף-טיפער דזשורנאליסט שלומי זייאנץ טיילט מיט פערזענליכע האר אויפשטעלנדע אטאקעס נאכן ארויפברענגען א היימישע פרוי קאנדידאט וועלכע לויפט אין די קאנטערווערסיעאלע "הציבור החרדי" פארטיי, אויף זיין פאדקעסט.
Image: media
Image: media
קרעמל: מארטגעזש-גורו צבי באלזאם רעאגירט שאקירנד צו בארא פארקער אסטראנאמישע דירות פרייזן, ווי באריכטעט פריער אויף קרעמל.
Image: media
קרעמל: גלאבאלער טריליאנער אילאן מאסק מעלדט א נייע מאדנער פיטשער אויף זיין ׳עקס׳ פלאטפארמע.
Image: media
קרעמל: די אידישע געמיינדע אין קיעוו רופט צו דאווענען פאר א אידישע סאלדאט גריגארי פיוואווראוו וואס איז פארוואונדעט געווארן פון א רוסישע זעלבסטמארד דראון.
Image: media
קרעמל: אנגלא-אידישער דזשורנאליסט דזשעיקאב קארנבלו דיסקוסירט די "קרעמל" עפאכע ביי כלל ישראל מיטן בעאיינפלוסער און קאמענטאטאר מענדי אונגאר אין נארוואס פארעפנטליכן ׳מיט-מענדי׳ פאדקאסט.
Video (22s): media
*יונגערמאן, דריי זיך ארום די געלט!* "וויופוינט" טרענירט די קומענדיגע פינאנציעלע פירער: ✅ Data analysis ✅ CFO foundations ✅ Accounting skills ✅ Finance controller training 👇*קליקט פאר מער*👇 http://viewpointlearn.com/act-kremel
Video (48s): media
קרעמל: געוועזענער אידישער דעפיוטי שטאב הויפט צו ניו יארקער מעיאר עדעמס באקלאגט זיך אז זיין מלווה מלכה פון ׳אובער-עיטס׳ איז נישט אנגעקומען.
Image: media
קרעמל: צוליב אינערליכע פאליטיק צווישן די פראקציעס אין אגודת ישראל איז די אפיציעלע 'חוב קדוש' קול קורא פון די אדמור"ים בעפארן בחירות, נאכנישט ערשינען. לויט באריכטן קומט דאס צוליב וואס גור פאדערט צו מאכן טוישונגען אין די לאנגיעריגער נוסח, צו ערלויבן וועלן פאר אנדערע פארטייען אויסער יהדות התורה.
קרעמל: מאדנער מאמענטן ווען אונטערהאלטונג מייסטער און משורר קלמן אליעזר שווארץ נעמט אפ דאלארן נאך הבדלה פון אשווארער אדמו"ר ר' פנחס גאלד.
Video (39s): media
קרעמל: א שווערע עקסידענט אויף די גארדן סטעיט אין היימישן טאמס ריווער געגנט האט פאראורזאכט גרויס אנגעצויגנקייט נאך באריכטן איבער צוויי אומגעקומענע, און א גרויסע אנוועזנהייט פון הצלה מיטגלידער. נאך א קורצע צייט איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די אומקום פון צוויי נישט גע'מל'טער.
Video (21s): media
קרעמל: פרישע איניציאטיוו דורכן סאטמארע ביליאנער און מאגנאט ר' יואל לאנדא ״רבינו לדורינו״ צו שיינען א ליכט אויף פילע אומבאוויסטע זעלטענע זיסע בליצן פון הרה״ק מסאטמאר זי״ע, געזאגט אין די נאסטאלגישע י׳ און כ׳ יארן, אבער הערט זיך ממש ״היינטיג״ פאר די פ׳ יארן גענעראציעס. שליס דיך יעצט אן אינעם גרופע. 👇🏻👇🏻👇🏻 https://chat.whatsapp.com/GsqITMWSh7J7vsoEloUzwe?s=cl&p=i&mlu=4&ilr=4
Video (34s): media
קרעמל: מ׳פרעגט יא אדער נישט? ציניקער שפעטן פונעם געשפרעך פון מייסטער ציניקער מרדכי הערש (מאָמאָ) טייטלבוים מיט אווענט-מייסטראָ זאבי וועבער.
Video (2s): media
קרעמל: מייסטער אווענט פראדוצירער אלי פריעדמאן טיילט מיט זיין באליבטן ׳מנוחה ושמחה׳ ליד איבערגעטייטשט אין כינעזיש, ספעציעל ערשינען אלס טייל פונעם רייזע פאר הויכראנגיקע ארבעטער פון "בי-ענד-עיטש" קיין טשיינע.
Video (54s): media
קרעמל: א קרית יואל'ער קרעמלער האט אריינגעשיקט מצוה קינדער און מעגנע-טיילס שפילצייג געבוי פונעם גראנדיעזן אויפנאמע פאר ניו יארקער גובערנאטארין פרוי האוקעל און דער באזוך דערנאך ביים רבי'ן. קרעמל גלייכט.
Image: media
קרעמל: "אין טאון" מאנטרעאל סטאטוס באריכטעט איבער אן איינברעכעריי ביי א כשר׳ע רעסטאוראנט פרייטאג צונאכטס, צולייגענדיג אז די ארטיגע פאליציי וועלן ווארשיינליך נישט ארויפגיין אויפן שפורן פון די שולדיגע.
Image: media
קרעמל: טאנצט מיט טאנצערס: נאך וואס קרעמל האט געפארשט דערוועגן, מעלדן מיר אז מארגן זונטאג וועט פארקומען א קינדער פראגראם ביים 18׳טע עוועניו פארק אין בארא פארק אין שפיץ פון גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש, אויך וועט זיין אויפן סצענע אן ׳אפסטיקל-קורס׳ און יעדע קינד וואס מאכט דאס אריבער וועט צדקות-הויפט-פילאנטראפ ר׳ מאיר פישל שענקן $18 פאר טאנצערס'.
Image: media
קרעמל: דף היומי מגיד שיעור און בעאיינפלוסער ר' אלי סטעפאנסקי דערמאנט זיין אינטערוויו מיטן 'מאמענט' מאגאזין ביים דאנערשטאג שיעור.
Video (41s): media
קרעמל: אן אייגנארטיגער הזמנה אין א ביהמ"ד אין בארא פארק ווי א אינגערמאן לאדנט זיינע חברים צו א מעמד פדיון פטר חמור.
Image: media
קרעמל: 'מאמענט' מאגאזין ברענגט נאך פון ״דער בלאט״ שטוינענדע סטאטיסטיקס אין קהילת סאטמאר מהר"א אין נאמען פונעם מציל נפשות בחורי ישראל, הערשל זילבערשטיין.
Image: media
קרעמל: המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א שילדערט די פארכטיגע מעשה וויאזוי דער וויזניצער גבאי ר׳ זעליג קארניצער איז געראטעוועט געווארן פון א ברענעדיגע סעלפאן, אין זכות פון כבוד ביהמ"ד, מיטגעטיילט דורך קרעמל פאריגע וואך.
Video (73s): media
קרעמל: א געוואלדיגער געלעגנהייט פאר די וואס פארשן פאר א געשמאקער קאסטום ברייטע און אנגענעמע אפיס, ס׳איז צייט זיך צו באקענען מיט די הערליכע אפיסעס אין ״די דיים״. רופט אריין Weplace Realty אויף 646-461-4000 פאר אן אפוינטמענט. אדער שיקט א מעסעדזש https://wa.link/z74uwp
Video (59s): media
קרעמל: געוועזענער פרעזידענט באראק כוסעין אובאמא רייסט אראפ פרעזידענט טראמפ פאר זיינע רענאוואציעס אינעם ווייסן הויז, זאגנדיג אז דאס קוקט אויס ווי סאדאם כוסעין בויען א קעז-קוכן פאבריק. קרעמל דערמאנט אים צו איבערקוקן זיינע געבורט אידענטיפיקאציע דאקומענטן.
Video (66s): media
קרעמל: די רעדע איז פון "אלד-נעווי" וואס האט ארויסגעשטעלט צום פארקויפן אין זייערע געשעפטן חנוכה פידזשאמעס. נאכן ערהאלטן מערערע נאכפראגעס איבער די המן-טאשן דערויף האבן זיי דאס שוין אראפגענומען פון די פאליצעס.
Image: media
קרעמל: א געפערליכע יום טוב צומישעניש איז אויפגעדעקט געווארן אין איינע פון די גרויסע קליידער נעץ געשעפט אין אמעריקע. קרעמל פארשט דעטאלן.
קרעמל: די דירות מארקעט פרייז אין בארא פארק לאזט נישט נאך טראץ די אויסוואנדערונג קיין לעיקפראנט: א דריי שלאפצימער רענטל דירה איז געווארן ארויסגעשטעלט פארן אסטראנאמישע סומע פון $5,800!
Image: media
קרעמל: אויסשליסליך: א מאסיוון פראיעקט רוקט זיך נענטער אויפן ארט פון די געוועזענער ׳גראזינגער רעזארט׳ אין ליבערטי דורך היימישע פלארידע אינוועסטירער וועלכע פלאנירן צו אויפבויען הונדערטער טייערע פריוואטע הייזער און א גראנדיעזן האטעל פון אריבער 100 צימערען. גאלף שפיל פלאץ זאך קענער אין די קעטסקילס ראיאן זאגן פאר אז די געגנט וועט ווערן פארוואנדלט אלס די נייע צענטער פונקט אין די קעטסקילס. קרעמל שמעקט געלט.
Image: media
קרעמל: אינטערעסאנטע הלכה׳דיגע שאלה אין קרית יואל׳ער ״קופקע״ פובליקאציע.
Image: media
קרעמל: בחירות פולווער: א קאריקאטור אינעם ׳בקהילה׳ אויסגאבע לאכט אפ פון די נייע ׳הציבור החרדי׳ פארטיי וואס שטעלט זיך אהער אלס א היימישע פארטיי. קרעמל מישט זיך נישט.
Image: media
קרעמל: דו פארמאגסט אן אויטאמאביל? (נישט קיין חילוק וועלכע) האלט מיט די ׳עוועיליבל קאוליזשען׳ סטאטוס מיט כסדר'דיגע טיפס און אלץ און אלעמען וועגן אויטאמאבילן, פלאס יעדע צוויי וואכן וועט פארקומען 'גיוועוועיס' פאר די נאכפאלגער. ספעצילע מעגא 'גיוועוועי' פאר קרעמלער וועלכע 'רי'שעיר'ן' דעם ווידעא, געווינט א סאפיסטיקירטע דעש-קעם מיטן אינסטאלאציע פראצעדור! קרעמל איז שוין אויפגעסיינט. 👇👇👇 https://w.app/rixglt
https://w.app/rixglt
Video (39s): media
קרעמל: היימישער טוויטעריסט הערשי מארטאן, זעט פאר א געווינס פארן רעפובליקאנער גובערנארטאר קאנדידאט ברוס בלעיקמאן.
Image: media
קרעמל: גוטמטיגער בדחן און מגי"ש ר' יואלי לעבאוויטש נוצט ׳קרעמל׳ אלס אחרון חביב אין צינישע געשפרעך איבער היינטיגע צייטונגען און אויסגאבעס, ביים פרייטאג ׳חק׳ שיעור.
Video (32s): media
קרעמל: דער ליובאוויטשער בחור וועלכע איז מיטוואך נאכט געשטאכן געווארן אין מאנהעטן, איז צוריקגעקומען צום זעלבן ארט אינעם דיימאנט דיסטריקט צו לייגן תפילין פאר פארבייגייער. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די פאליציי האט געמאלדן די ארעסט פונעם פרוי שטעכער.
Image: media
קרעמל: פאליטישער דראמא איז היינט פארגעקומען אין מדינת ישראל ווען הגאון רבי משה צדקה שליט"א ר"י פורת יוסף האט אונטערגעשריבן א בריוו קעגן גיין צו די בחירות. פילע ספרדישע רבנים פון די ש"ס פארטיי זענען באלד ארויף צו אים אין שטוב און געלייגט דרוק, און ער האט אונטערגעשריבן א פרישע בריוו אין וואס ער האט טיילווייז צוריקגעצויגן.
Image: media
*Beautiful new condos in Williamsburg starting at just $699sf* OPEN HOUSE SUNDAY 10/25 1:00-2:00 pm 376 Vernon Ave. https://share.google/ipcHpjZ1wm1aXQh0m Contact Ritz Realty https://api.whatsapp.com/send?phone=17187813616&text=Hi,%20I%20would%20like%20to%20hear%20more%20about%20Vernon%20Lewis%20
Image: media
Video (56s): media
קרעמל: א חופה פרייטאג נאכמיטאג ביי די חב"ד 770 הויפטקווארטירן אין קראון הייטס.
Image: media
קרעמל: די ׳אל-על׳ לופטליניע האט ערהאלטן א נייע דרימליינער פליגער וואס וועט ווערן גערופן ׳עם ישראל חי׳. קרעמל פארשט אויב די קריאת השם איז געווען ביים ׳מעין סטריט טרעוול׳ באנקעט.
Image: media
קרעמל: די גאסן אין בני ברק ערב שבת בחירות, אנגעלייגט מיט פאשקעווילן און קול קורא׳ס אין שטיצע און קעגן די בחירות.
Image: media
קרעמל: יעצט מוצאי שבת האבן די זוהן פון האדמו"ר מגור שליט"א מתפלל געווען ביי די ציון פון האדמו"ר בעל אמרי אמת זצ"ל און בעל פני מנחם זצ"ל, צוליב וואס דער רבי וועט אריבערגיין מארגן א מעדיצינישע באהאנדלונג.
Image: media
Kremel
Oct 25, 12:26 AM